צפיות : 96



תגיות : לוי פלקוביץ,א-ישועלע,מקהלת שירה,

Embed Code

שוין צוויי טויזנט יארן, פון צער און פון צארן,
אין גלות צו שאנד און צו שפאט,
געבליבן אן כח, געבליבן אן מח,
אלעס פארלוירן מ׳האט. 

פון היימען פארטריבן, עלענד געבליבן,
מען האט נישט קיין ביסעלע גליק,
האט מען זיך גענימען, און מ׳איז געקימען,
און לאנד פון די אבות צוריק. 

ס׳קיקען די אבות, מ׳הערט די מחשבות,
אידן מ׳קומט אן א צאהל,
ס׳איז אנדערע אידן, מיט אנדערע זיהטן,
ס׳איז נישט די איד פון אמאל. 

מ׳ווייסט נישט פון בורא, מ׳היט נישט זיין תורה,
מען מיינט אז עס איז שוין די צייט,
אז דאס איז די רפואה, אז דאס איז די ישועה,
עס איז אבער נאך זייער ווייט. 

מען דארף נאך א ישוע׳לע, טאקע די טעג,
מען דארף נאך א רפואה׳לע, 
פאר די פארלוירענע און וועג,
פון גלות פון דעם ביטערן,
מ׳איז פון אונז אוועק,
אז אלע גלידער ציטערן,
די הארץ איז פול מיט שרעק. 

ווען, וועט ער שוין קומען דער נביא,
אין ס׳וועט פאר אונז זאגן א ווארט,
און ווער עס וועט עס נאר הערן,
וועט תשובה טוהן באלד אויפן ארט. 

מען דארף נאך א ישוע׳לע,
דער פאלק איז נישט געזונט,
מען דארף נאך א רפואה׳לע,
פארהיילען אונזער וואנד. 

2

ס׳איז אוועק פילע יארן,
ס׳איז אנדערש געווארן,
די לאנד האט אן אנדער מיהן בליק,
פון נאנט און פון ווייטן,
און פון אלע זייטן,
מען קומט צום באשעפער צוריק. 

בעל תשובות עס ווערן,
זיי טוהען זיך מערן,
די גאנצע וועלט רעדט שוין פון דעם,
יעדן טוט פרייען, 
מען הערט ריידען נייע
פון תורה אין יראת ה׳. 

די וועלט איז צובראכן,
די וועלט איז צוקראכן,
איינער דעם צווייטען האט פיינט,
זיי קיקען מיט קנאה,
זיי קיקען מיט שנאה,
אידן מען וואקסט, און מען שיינט. 

אין אידן אהן מורא,
וואס היטען דעם תורה,
זיי ווערן אלז מער אלע יאר,
די הארץ טוט אונז זאגן,
עס הייבט שוין אהן טאגן,
די ישוע איז נאנט ביז גאר. 

עס קומט שוין די ישוע׳לע, טאקע די טעג,
עס קומט שוין די רפואה׳לע, 
פאר די פארלוירענע און וועג,
מ׳דארף נישט קיין סאלדאטן מער,
און נישט קיין אפיצער,
ווייל אין שיל די גאנצע מיליטער,
דער תהילים איז דער געווער. 

ווען דער באשעפער וועט קומען אין ווייזען,
א שטראל פון זיין ליכט,
אין אלע אידן די פרייע,
וועלן פאלן אויף זייער געזיכט. 

אין טרערן וועלן גיסען זיך,
ווי קוואלן פון דעם מח,
ווען זיי וועלן דערוויסן זיך,
פון דער באשעפער אין דער הויעך.